וואשינגטאן – דער אינספעקטאר דזשענעראל אינערהאלב דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט, האט ארויסגעגעבן א באריכט, אין וועלכע דער געוועזענער עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאר ענדרו מעקעיב ווערט שטארק אראפגעריסן. מעקעיב איז ארויסגעווארפן געווארן פון די עף-בי-איי מיט עטליכע וואכן צוריק, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פאר לאנגע מאנאטן געברויזט קעגן אים, אויפ'ן פאקט אז מעקעיב'ס פרוי איז א פריינט מיט דער קלינטאן פאמיליע, און דעריבער קען מען אים נישט געטרויען מיט די אנגייענדיגע אויספארשונגען אויפ'ן טראמפ קאמפיין. אפיציעל האט די יוסטיץ דעפארטמענט געזאגט אז מעקעיב ווערט ארויסגעווארפן ווייל ער האט ליגנט געזאגט פאר אויספארשער ווען מען האט אים געפרעגט איבער ארויסליעקן זאכן צו די מידיא, און אצינד האט דער אינספעקטאר דזשענעראל פובליצירט א באריכט, וועלכע באשטעטיגט טאקע אז מעקעיב האט ליגנט געזאגט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל