אהייא – די אמעריקאנער "דזשענעראל מאטארס" קאר פירמע האט געמאלדן, אז זי וועט שניידן הונדערטער דזשאבס פון א פאבריק אין אהייא, צוליב וואס די פירמע זעט א פארלאנגזאמונג אין אירע קאר פארקויפונגען. די מעלדונג איז געקומען פרייטאג, ווען די פירמע האט געזאגט אז די צאל קארס וואס פארקויפן זיך, איז געפאלן אין די לעצטע מאנאטן, און ספעציפיש די "שעווי קרוז" קאר, וועלכע זי פראדוצירט אין איר פאבריק אין לארדסטאון, אהייא, און צוליב דעם האט זי געמאכט א באשלוס צו שניידן די צאל ארבעטער אינעם פאבריק צו העלפט, וואס באדייט אז ארום פופצן הונדערט וועלן פארלירן זייערע דזשאבס. די מעלדונג האט געברענגט אז דזשי-עם'ס סטאקס' ווערד איז געפאלן דורכאויס פרייטאג.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל