פראנקרייך – א איד איז אפגעפונען געווארן דערמארדעט אויף א ברוטאלן פארנעם, אין אן אפארטמענט אין פאריז. די רעדע איז פון דזשערעמי דאהאן הי"ד, וואס זיין פאמיליע דערציילט אז ער האט געהאט געדונגען צוויי מאלדאווע-אפשטאמיגע ארבעטער דורכצופירן רענאוואציעס אין אן אפארטמענט אונטער זיין אייגענטום, און נאך א שטיק צייט וואס דזשערעמי'ס ברודער האט נישט געהאט געהערט פון אים, האט ער גערופן א שלעסער אויפצושפארן די טיר פון דעם אפארטמענט, וואו ער האט געטראפן דזשערעמי דערמארדעט. די פאליציי האט באלד געעפנט אן אויספארשונג, און שוין ארעסטירט איינעם פון די צוויי ארבעטער, און זיי זוכן דעם צווייטן. עטליכע טייערע חפצים פון דזשערעמי הי"ד זענען גערויבט געווארן, וואס דעריבער איז נישט קלאר צי דער מארד איז געווען אנטיסעמיטיש, אדער א ברוטאלע רויבעריי.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל