בני ברק – א שוידערליכע עקסידענט האט פאסירט פרייטאג, ביי וועלכן הבחור כמר חיים דוב אלתר ע"ה איז אומגעקומען רח"ל. דער עקסידענט האט פאסירט ווען א מיני-ווען מיט זיבן בחורים זענען געווען אויפ'ן וועג אהיים קיין בני ברק, נאכ'ן מתפלל זיין אין אתרא קדישא מירון אויפ'ן ציון פון תנא האלקי רשב"י פאר הצלחה צום נייעם זמן הלימודים פון קיץ תשע"ח, ווען פלוצלינג האט דער דרייווער פארלוירן קאנטראל און דער מיני-ווען איז אראפגעפאלן אין א טאל, זיך איבערדרייענדיג עטליכע מאל. הבחור חיים דוב אלתר ע"ה, וועלכער איז אן אור-אייניקל פונעם גערער רבי'ן כ"ק אדמו"ר בעל אמרי אמת זצ"ל, איז ליידער אומגעקומען אויפ'ן ארט, און עטליכע פון די אנדערע בחורים זענען גאר שווער פארוואונדעט געווארן. די הארצרייסנדע לוי' איז פארגעקומען אין בני ברק, און הבחור חיים דוב ע"ה איז געקומען למנוחה אויפ'ן הר המנוחות. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל