מאנהעטן – די ניו יארק סיטי אויטאריטעטן זאגן, אז זיי פלאנירן צו אינסטאלירן דריי טויזנט נייע זיכערהייט באשיצער אויף סיידוואלקס און פלאזאס לענגאויס דער שטאט, צו באשיצן פיסגייער פון טעראריסטן וועלכע ווילן דורכפירן ווילדע טעראר אטאקעס דורכ'ן ארויפפארן אויף די טראטוארן מיט קארס. ביז יעצט האט די סיטי געהאט געפלאנט נאר אוועקצושטעלן פופצן הונדערט פון די סארט סיידוואלק באשיצער, אבער אין ליכט פון דער טאראנטער אטאקע, מיט צען פאטאליטעטן, האט די סיטי באשלאסן צו פארמערן די צאל באשיצער. אלעס אינאיינעם וועט דאס אפקאסטן 103 מיליאן דאלאר, און ס'איז אריינגעשטעלט געווארן אין מעיאר דעבלאזיא'ס פארגעשלאגענע 89 ביליאן דאלארדיגן בודזשעט פארשלאג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל