וואשינגטאן – פארשער האבן אנגעוויזן אויף א מערקווירדיגע זאך, אז עס מאכט זיך אמאל אז פאציענטן זאגן פארשידענע סימפטאמען פאר'ן דאקטאר ביי א דאקטאר באזוך, אבער דאס ווערט נישט פארשריבן אין די מעדיקל רעקארדס. די פארשער האבן דאס אויפגעמערקט ביי א שטודיע ביי אן אויגן קליניק, אין וועלכע זיי האבן אראפגעשריבן אויף א פאפירענעם פראגע בויגן די באקלאגונגען פון 162 פאציענטן, און האבן נאכדעם געקוקט איבער וואס עס איז געווען פארשריבן אין די עלעקטראנישע מעדיקל רעקארדס איבער די סימפטאמען פון די פאציענטן. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, האט די אינפארמאציע וואס די פאציענטן האבן געזאגט נישט געשטימט מיט די מעדיקל רעקארדס ביי כמעט א דריטל פון די פעלער.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל