קאליפארניע – איר וואלט געמיינט אז דאס איז אוודאי אין ברוקלין, אבער ניין, דאס איז אין קאליפארניע, וואו א ריעל עסטעיט אגענט האט ארויסגעשטעלט א פארברענטע כאטקע אויף דער מארקעט, פאר דער אסטראנאמישער סומע פון אכט הונדערט טויזנט דאלאר! דאס הויז געפינט זיך אין סאן האזעי, קאליפארניע, און איז פארברענט געווארן ביי איינס פון די וואלדפייערן אינעם ראיאן מיט צוויי יאר צוריק. מענטשן האבן רעאגירט מיט אויפברויז איבער דעם הויכן פרייז פאר אזא אפגעברענטע הייזקע, אבער האלי באר, דער ריעל עסטעיט אגענט וועלכער פארקויפט דאס הויז, האט עס פארטיידיגט, אנצייגנדיג אז עס איז אויף א פראפערטי וואס איז 5,800 סקווער פוס גרויס, און אין א גאר טייערע רייכע געגנט, וואו לויט א לעצטערע שאצונג שטייגט די ווערד פון הייזער אין דער געגנט מיט 571 דאלאר טעגליך!

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל