די ענגלישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן א באריכט איבער איר אויספארשונג ארום די כעמישע אטאקע וואס האט געשעדיגט דעם עקס-שפיאן סערגעי סקריפל, און באווייזן אז רוסלאנד איז געשטאנען דערונטער.

די באריכט זאגט אז די כעמישע גאז איז געלייגט געווארן אויפ׳ן טיר קלאמקע פון סקריפעלס הויז, און די בריטישע שפיאנאזש ווייסט פון א פראגראם וואס די רוסישע שפיאנאזש דינסט האט געהאט אין וועלכע זי האט שטודירט די מעגליכקייט און די עפעקט פון לייגן גיפט אויף טיר הענטלעך.

זיי ווייזן אן אז אין די לעצטע 5 יאר האבן די רוסישע שפיאנאזש געלאקערט אויף סקריפעל, און אז עס זענען דא קראנטע באווייזן אז זיינע אימעיל קאנטעס זענען געהעקט געווארן דורך רוסישע עקספערטן. אין אנדערע נייעס איז געמאלדן געווארן אז די טאכטער איז שוין גענצליך ערהוילט, און סערגעי סקריפלע זעלבסט איז אין א פארבעסערטן צושטאנד און איז ערווארטעט צו באפרייט ווערן אינגיכן פון שפיטאל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל