די רוסישע רעגירונג האט בלאקירט דעם פאפולארן מעסעדשינג אפליקאציע טעלעגראם וויבאלד די מעסעדשעס וואס ווערן דארט געשיקט קענען ווערן ״ענקריפטירט״ וואס באדייט אז די זיכערהייט אויטאריטעטן קענען נישט לייגן א האנט אויף מעסעדשעס וואס קענען מעגליך געשיקט ווערן צווישן טעראריסטישע גרופעס אדער פארברעכער. די פירמע וואס אפערירט טעלעגראם האט זיך אנטזאגט פון געבן פאר די רוסישע רעגירונג די מעגליכקייט צו איבערקוקן פריוואטע מעסעדשעס, און די רוסישע רעגירונג זאגט אז די אפליקאציע דינט אלס פלאטפארמע פאר טעראריסטישע גרופעס, און אז טעראריסטן וועלכע האבן דורכגעפירט אטאקעס אין רוסלאנד האבן זיך באנוצט מיט די אפליקאציע.

בילד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל