ווירדזשין אינזלען – די "ראודיאם גרופע" האט פובליצירט אן אינטערעסאנטע אנאליז, וועלכע קומט צום אויספיר, אז די בלעקאוטס אין די אמעריקאנער ווירדזשין אינזלען און אין פארטא ריקא, אלס רעזולטאט פון האריקעין מאריא פאראיאר ענדע זומער, איז געווען די צווייט-גרעסטע בלעקאוט אין דער וועלט'ס היסטאריע. די גרופע האט אנאליזירט וויפיל קאסטומערס עס זענען אפעקטירט געווארן און פאר וויפיל שטונדן די בלעקאוטס האבן אנגעהאלטן, און אלעס אינאיינעם האט האריקעין מאריא געברענגט אז עס זענען געווען 3.4 ביליאן שטונדן אנע לעקטער, ווען מען רעכנט קאלעקטיוו אלע אפעקטירטע. דאס איז די צווייט-גרעסטע בלעקאוט אין היסטאריע, און די סאמע גרעסטע איז דאס וואס איז באפאלן די פיליפינען אין יאר 13', נאכ'ן שרעקליכן טייפון העיאן שטורעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל