וואשינגטאן – די ספעציעלע באשיצונג פאר איבער 9 טויזנט נעפאלעזער בירגער וואס געפינען זיך אין אמעריקע, וועט קומען צו אן ענדע ביז קומענדיגן יאר, און אלע וועלכע וועלן נאך זיין דא נאכדעם וואס די שוץ סטאטוס ענדיגט זיך, וועלן אויסשטיין מעגליכע דעפארטאציע. אין יאר 15' האט פאסירט א מאסיווע ערדציטערניש אין נעפאל, וועלכע האט אומגעברענגט טויזנטער בירגער און איבערגעלאזט הונדערטער טויזנטער בירגער היימלאז, וואס האט געברענגט אז אמעריקע זאל אקצעפטירן ארום 9 טויזנט נעפאלעזער בירגער, געבנדיג זיי צייטווייליגע שוץ סטאטוס, צו קענען האבן א דאך איבער'ן קאפ. אצינד האט די טראמפ אדמיניסטראציע געזאגט אז זיי געבן יעצט א יאר צייט פאר די אלע נעפאלעזער אהיימצוגיין, אבער ביז יוני יאר 19' מוזן שוין אלע האבן פארלאזט אמעריקע, און אויב נישט, וועלן זיי מעגליך דעפארטירט ווערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל