עס הערשט א שטארקע זארג איבער א דירעקטע קאנפראנטאציע צווישן אמעריקאנער און רוסישע קרעפטן זאל אויסברעכן אין סיריע נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אויף טוויטער ווי פאלגנד ״רוסלאנד פארשפרעכט צו אראפשיסן יעדע אמעריקאנער מיסיל וואס וועט פליען העכער סיריע, שטייט גרייט רוסלאנד, ווייל די מיסילס וועלן קומען, נייע שיינע און קלוגע מיסילס, ענק זאלן נישט זיין קיין שותפים צו א חיה רעה וואס מערדערט זיינע אייגענע בירגער״

די רוסישע אויסערן מיניסטעריום האט רעאגירט דערצו זאגנדיג ״מיסילס זאלן געצילט ווערן קעגן טעראריסטן און נישט קעגן די געזעצליכע רעגירונג, אמעריקע וויל באמבאדירן דומא צו פארזיכערן אז עס בלייבן נישט איבער קיין באווייזן ווער עס איז ריכטיג געשטאנען אונטער די כעמישע אטאקע״ און דערמיט אנגעדייטעט אז די רעבעלן, אדער גאר אמעריקע, זענען געשטאנען אונטער די אטאקע צו בארעכטיגן אן אינוואזיע אין סיריע.

דער פארטיידיגונס סעקערטערי דשים מעטיס האט שפעטער גענידערט די טענער און געזאגט אז אמעריקע האט נאכנישט באשלאסן וויאזוי צו רעאגירן, און האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן קלאר אויב אמעריקע האט קלארע באווייזן אז די אסאד רעזשים איז טאקע געשטאנען אונטער די אטאקע. און אזוי אויך אין רוסלאנד האבן באאמטע געזאגט אז דערווייל האט אמעריקע דירעקטע קאנטאקט מיט די רוסן צו באהאנדלן די סיטואציע.

גלייכצייטיג קומען ווייטער פאר העפטיגע צוגרייטונגען און אמעריקאנער מיליטערישע שיפן זענען מאביליזירט געווארן אין די וואסערן ארום סיריע אין פאל פרעזידענט טראמפ געט דעם באפעל צו עפענען אן אטאקע. אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז די אייראפעישע אוויאציע אגענטור האט געווארנט אלע אייראפעישע לופטליניעס צו פארמיידן די סירישע לופט טעראטאריע אין די קומענדיגע 72 שטונדן, זאגנדיג אז עס איז העכסט ווארשיינליך אז עס זאל אויסברעכן א פייער אויסטויש.

די טוויט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל