היינט זענען אנגעקומען א פלאטע פון שפיאנאזש פליגער וועלכע פליען אין די סיריער הימלן און באגלייטן א פלאטע פון קריגס שיפן וועלכע האבן געאנקערט ביי די סיריער בארטנס גרייט פאר א באפעל צו עפענען פייער.

די פאסידאן פי-8 פליגער זענען היינט געזען געווארן אין פארשטערקערטע אקטיוויטעטן העכער סיריע, און די ״דאנעלד קוק״ מיליטערישע שיף וועלכע פארמאגט קאמפס מעגליכקייטן און קען ארויסשיסן טאמאהאק מיסילס, די שיפן ווערן באגלייט מיט שיפן פון נאט״א און מיט דייטשע קריגס שיפן.

אזוי אויך געפונען זיך אויפ׳ן וועג א פלאטע פון קארגא פליגער מיט וואפן, און אזוי אויך פליגער וועלכע קענען טאנקן גאזאלין פאר קאמפס פליגער אין די לופטן. און אזוי אויך זענען געזען געווארן רוסישע מיליטערישע מאביליזאציעס אין די וואסערן און אין די לופטן, און עס הערשט א זארג פאר א דירעקטע קאנפראנטאציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל