נעכטן האבן אמעריקע און רוסלאנד געהאט שווערע ווערטער אויסטוישן אין די יו.ען. זיכערהייטס קאנסיל ווי ביידע לענדער האבן וועטאירט איינער דעם צווייטנס רעזאלוציעס איבער אן אינטערנאציאנאלע אויספארשונג, און רוסלאנד האט געזוכט צו פארמיידן א זעלבסשטענדיגע אויספארשונג

אין ליכט פון די אטאקע האבן די לעצט פארבליבענע גרופע רעבעלן זיך אונטערגעגעבן און דומא איז געפאלן, און אצינד איז די שטאט פולשטענדיג אונטער די קאנטראל פון די אסאד רעגירונג וועלכע לאזט נישט אריין קיין אינטערנאציאנאלע אינספעקטארס צו פארשן די כעמישע אטאקע.

ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען פאר אן אינספעקציע פון די ארגאניזאציע צו פארמיידן די פארשפרייטונג פון כעמישע וואפן וועלכע וועט אפשאצן די שאדנס אבער נישט נעמען קיין שטעלונג ווער עס שטייט אונטער די אטאקע.

גלייכצייטיג האט די וועלט געזונהייט ארגאניזאציע געזאגט אז איבער 500 זענען עפעקטירט געווארן פון די כעמישע אטאקע וואס זיי האבן באצייכנט אלס גאר א גיפטיגע אטאקע. און אנדערע גרופעס זאגן אז די צאל קומט אן צו איבער 1000 געשעדיגטע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל