פון יוסי געשטעטנער

ס'איז זיס ווען מענטשן וואס האבן קוים אנגעהויבן זייערע ערוואקסן לעבן, געבן הדרכה פאר א 71 יעריגער מענטש וועלכער איז א ביליאנער צענדליגער יארן און ער האט אויך געהאט די מזל, חכמה און סיעתא דשמיא צו ווערן פרעזידענט אהן קיין הילף פון זיין אייגענע פארטיי. פארט אבער איז קלאר, אז מענטשן פון אינדרויסן זעהען זאכן אנדערש, און עס איז צוליב דעם ווערד צו אויסשמועסן וואס דער פרעזידענט זאל טאן.

בילד

טראמפ זאל אפזאגן דזשעף סעשאנס, ווייל סעשאנס האט זיך נישט געזאלט אפזאגן פון די רוסישע זאך. און אויב האט ער געוואוסט אז ער וועט זיך אפזאגן, האט ער נישט געזאלט נעמען דעם דזשאב. איצט אז ער האט זיך שוין אפגעזאגט, האט ער געדארפט אפשטעלן מולער יעדע מאל ער איז צוגעגאנגען צו זאכן וואס איז נישט דירעקט רוסלאנד, ווייל סעשאנס האט זיך דאך אפגעזאגט בלויז אויף רוסלאנד. אויסערדעם, סעשאנס האט געזאלט שטעלן א ספעשל קאונסיל צו איבערקוקען די קלינטאן זאכן וועלכע די קאומי עף בי איי האט באגראבן. סעשאנס האט געזאלט צוריק עפענען די אויספארשונג אויף די איי אר עס מיסברויכן פון אונטער אבאמא. סעשאנס האט אויך געזאלט ארויסטראסקענען יעדער אין די יוסטיץ דעפארטמענט און עף בי איי, וועלכע שטייט אין וועג פון געבן קאנגרעס די לאנג-געבעטענע דאקומענטן אויף פייסא, קלינטאן און אנדערע אישוס.

טראמפ זאל אפזאגן ראד ראזענשטיין, ווייל ראזענשטיין איז דאך געווען דער וואס האט געשריבן די מעמאו צו טראסקענען קאומי, און ווארפן קאומי ווערט דאך אויסגעפארשט דורך מולער אלס "אבסטראקשען אוו דזשאהסטעס." אויב ראזענשטיין זאל וועלן שליסן מולער טאקע ווייל מולער טוט זאכן וואס מען האט אים נישט געבעטן – א שטייגער אויספארשן די קאומי אפזאגונג, וועלן דאך די מידיא און דעמאקראטן שרייען אז ראזענשטיין שפארט אפ מולער פשוט זיך צו באשוצן פון די אבסטראקשאן פון פייערן קאומי. עס וועט זיין א בחינה פון אבסטראקשען (פייערן מולער) אויף אבסטראקשען (פייערן קאומי). אלזא רעזענשטיין קען נישט טאן זיין ארבעט פון האבן איבערזיכט אויף מולער.

אויסערדעם, ראזענשטיין האט דאך אונטערגעשריבן די פארלענגערונג פונעם פייסא קעגן קארטער פעיזש, טראץ וואס די "באווייזן" זענען געווען אויף הינערנע פוס. מיינט עס אז ער האט אן אינטערעסע אז די אינפארמאציע ארום דעם אישו זאל נישט ארויס קומען צו קאנגעס. אלזא, דארף ער פליען.

ואחרון חביב זאל טראמפ נישט אפזאגן מולער. אנשטאט זאל ער אריין לייגן א צייטווייליגער אטוירני דזשענעראל, וועלכער וועט זאגן פאר מולער: דו קענסט אויספארשן בלויז און נאר דירעקט רוסישע קאלוזשען. אלעס ארום, ווארף ארויס. און אויב דו מאכסט קונצן וועסטו אויך פליען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל