די שטאט האדיטש, אין אוקראינע, וואו עס געפינט זיך דער ציון פונעם ערשטן חב"ד מנהיג, דער הייליגער בעל התניא, וועט בקרוב האבן א גאס מיט'ן נאמען 'אלטער רבי'.

דער באשלוס איז געמאכט געווארן דורך דער ארטיגער שטאטראט, וועלכע האט באשטימט אנצורופן די גאס וואס פירט צום ציון מיט'ן נאמען 'אלטער רבי', ווי דער בעל התניא ווערט אנגערופן דורך ליובאוויטשער חסידים.

ביי דער אפשטימונג אינעם שטאטראט, זענען אנוועזנד געווען 22 מענטשן, מיט זיבעצן וואס האבן געשטימט דערפאר און דריי וועלכע זענען געווען דערקעגן. צוויי פון די אנוועזנדע האבן זיך אפגעהאלטן פון שטימען.

האדיטש געפינט זיך אין דער 'פאלטאווא' פראווינץ אין צענטראל-מזרח אוקראינע, און פארמאגט א באפעלקערונג פון קארגע דרייסיג-טויזנט מענטשן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל