די אמעריקאנע אמבאסאדארין פאר די פעלקער פאראיין, ניקי העילי, וועלכע איז אויך א קאבינט מיטגליד אין די טראמפ אדמיניסטראציע, האט אויסגעדריקט קענטליכע פארדרוס איבער דעם וואס א ווארטזאגער פאר׳ן ווייסן הויז האט דערקלערט אז זי האט זיך ווארשיינליך ״צעמישט״ ביים זאגן אז אמעריקע וועט לייגן פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד אלס שטראף פאר די כעמישע אטאקע וואס זי האט דערלויבט אין סיריע.

העילי, וועלכע איז באקאנט מיט די שטייפע ליניע וואס זי נעמט איבער רוסלאנד, האט זונטאג געזאגט אז אמעריקע וועט לייגן פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד, און נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט באשלאסן נישט צו גיין ווייטער דערמיט האט דער עקאנאמישער ראטגעבער לערי קודלאוו געזאגט, אז מען האט נאך נישט געהאט באשלאסן צו לייגן סאנקציעס און אז העילי האט זיך ווארשיינליך צעמישט.

״מיט׳ן פולסטן רעספעקט, איך בין נישט געווען צעמישט,״ האט ניקי העילי געזאגט מיט אויפבויז, וואס האט געברענגט אז קודלאוו האט איר אנגערופן זיך אנטשולדיגן און ארויסלייגן אן עפנטליכע סטעיטמענט אז ״די פאליסי האט זיך געטוישט, און מען האט נישט מיטגעטיילט ניקי העילי דערוועגן״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל