קאירא – דאס עגיפטישע מיליטער זאגט, אז זיי האבן באוויזן אומצוברענגען א פירער אינערהאלב דעם אייסיס פליגל וועלכע פיגורירט אינעם סיני ראיאן. עגיפטן איז שוין לאנגע מאנאטן פארמישט אין א קאמף מיט אייסיס מיליטאנטן און אנדערע טעראריסטן אין סיני, וואו די טעראריסטן האבן באוויזן אוועקצושטעלן א שטארקע אנוועזנהייט, און זיי קאארדינירן פון דארטן טעראר אטאקעס אינעם גאנצן ראיאן. היי יאר פעברואר האט דאס עגיפטישע מיליטער אונטערגענומען א מאסיווע מיליטערישע אפעראציע מיט'ן ציל גענצליך אויסצוראטן אייסיס פון סיני, און נעכטן האבן זיי דערגרייכט א סטראטעגישע און סימבאלישע זיג, ווען זיי האבן באשטעטיגט אז עס איז זיי געלונגען אומצוברענגען נאסאר אבו זאקואל, דער צענטראלער קאמאנדיר פון אייסיס אין סיני. דאס מיליטער האט געזאגט אז זיי האבן געטראפן א גאן, צוויי גראנאטן און א גרויסע קוואנטיטעט פון אמוניציע, נעבן דעם קערפער פונעם אומגעברענגטן טעראר פיגור.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל