דמשק – א באזוך און אינספעקשאן וואס אינטערנאציאנאלע כעמישע וואפן עקספערטן האבן געזאלט דורכפירן נעכטן אויף דער שטאט דומא אין סיריע, וואו עס האט פאסירט א כעמישע אטאקע מיט צוויי וואכן צוריק, איז אפגעשטופט געווארן. די אינספעקטארס זענען אריינגעשיקט געווארן אלס רעזולטאט פון אן אפמאך צווישן די יו-ען, סיריע און רוסלאנד, וואס רוסלאנד זאגט אז די אינספעקטארס וועלן קלאר זען אז עס האט בכלל נישט פאסירט א כעמישע אטאקע, און אפילו אויב יא, איז נישט דער אסאד רעזשים געשטאנען אונטער דעם. סיריע האט ביז יעצט פארשלעפט דאס אריינלאזן די אינספעקטארס, פירנדיג צו באשולדיגונגען אז זיי רייניגן אויף דאס ארט, און נעכטן, ווען די אינספעקטארס האבן שוין יא געקענט אריינגיין, איז עס צוריקגערופן געווארן, נאכדעם וואס שלאכטן האבן אויסגעבראכן אין דער שטאט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל