האוואנא – די עפאכע פון די קאסטרא פאמיליע'ס קאמוניסטישע פירערשאפט אין קובא, וועט היינט אפיציעל קומען צו אן ענדע, ווען דער ארטיגער פרעזידענט ראאול קאסטרא וועט אפטרעטן פון בענקל, און וועט ערלויבן דעם ניי-אויסגעוועלטן פרעזידענט, מיגועל דיאז-קאנאל, איבערצונעמען די פירערשאפט.

בילד


מ'דערווארט אז דיאז-קאנאל וועט אנהאלטן אלע פאליסיס פון דעם קאסטרא רעזשים, און אויך האט אים ראאול קאסטרא אליינס אויסגעוועלט אלס זיין ערזעצער, אבער פארט איז עס א היסטארישע געשעעניש, אז צום ערשטן מאל אין זעכציג יאר וועט קובא געפירט ווערן דורך עמיצן נישט פון דער קאסטרא פאמיליע.

דער קאסטרא רעזשים איז געקומען צו דער מאכט אין קובא מיט זעכציג יאר צוריק, ווען פידעל קאסטרא האט דורכגעפירט א קאמוניסטישע רעוואלוציע קעגן דער פרא-אמעריקאנער רעגירונג אין 959'. זינט דאן האט פידעל געדינט אלס פירער, ביז 12 יאר צוריק, ווען ער האט איבערגעגעבן די פירערשאפט פאר זיין ברודער ראאול.

אצינד איז ראאול שוין 86 יאר אלט, און ער קען שוין נישט געהעריג פירן, האט ער באשלאסן אפצוטרעטן און אליינס נעמען אן ערזעצער. מען דערווארט נישט אז ס'זאל זיך צופיל טוישן, אבער דער פאקט אז די קאסטראס זענען מער נישט ביים רודער, באדייט ערנסטע האפענונג פאר א היסטארישן טויש.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל