רודי דשוליאני דער געוועזענער ניו יארקער מעיאר און איינער פון די גרעסטע טראמפ שטיצער אינעם פרעזידענטליכער קאמפיין האט נעכטן אנגענומען דעם ביטע פון פרעזידענט טראמפ צו דינען אלס פערזענליכער לעגאלער געהילף צו העלפן דעם פרעזידענט זיך ספראווען מיט די רוסלאנד אויספארשונג. און זיין דער מיטל מענטש צווישן דעם פרעזידענט און דער ספעציעלער אויספארשער ראבערט מיולער.

דער פרעזידענט דארף אצינד האבן צו זיין זייט א לעגאלער עקספערט, ספעציעל נאכדעם וואס זיין פערזענליכער אדוואקאט מייקל כהן געפונט זיך אונטער א קרימינאלע אויספארשונג, און דשוליאני איז דער פאסיגער מענטש מיט לאנגע יארן ערפארונג אלס פראקוראר און לעגאלער עקספערט. און איז אליין געווען א קאנדידאט פאר די פאזיציע פון אטוירני דשענעראל.

דשוליאני האט געזאגט אז ער נעמט אן די פאזיציע און אז ער האפט צו ענדיגן די מיולער אויספארשונג ווי שנעלער ״פאר די טובה פון אמעריקע״ ער האט אויך געזאגט אז ער האט זייער א פאזיטיווע מיינונג איבער ראבערט מיולער און ער שעצט אים זייער, און ער האפט צו אויסארבייטן א אפמאך וואס זאל ערלויבן צו ענדיגן דעם אויספארשונג ווי שנעלער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל