די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמפיין האט איינגערייכט א מולטי-מיליאן דאלערדיגע קלאגע פארלאנגענדיג אנטשעדיגונג פון די טראמפ קאמפיין, די רוסישע רעגירונג, און די וויקליעקס ארגאניזאציע פאר׳ן שאדן מאכן פאר די דעמאקראטן און קאנספירירן צו באאיינפלוסן די אויסגאנג פון די פרעזידענטליכע וואלן.

די קלאגע עפנט א פרישע לעגאלע פראנט קעגן די טראמפ קאמפיין אין א געריכט אין מאנהעטטען, אין די פאפירן וויקלן זיי אויף א טעאריע אז עס איז פארגעקומען א ארגאניזירטע און ארקעסטרירטע קאמפיין צווישן הויכע באאמטע אינעם טראמפ קאמפיין מיט וויקיליעקס און די רוסישע רעגירונג צו טוישן די אויסגאנג פון די וואלן. און זיי פארלאנגען מיליאנען אין אנטשעדיגונג פון רוסלאנד, א זאך וואס קען האבן דיפלאמאטישע קאנסעקווענצן.

דאס דערמאט א ענליכע לאו-סוט וואס די דעמאקראטן האבן אריינגעגעבן אין 1972 קעגן פרעזידענט ניקסאן און זיין קאמפיין פאר׳ן זיך אריינברעכן אין די וואטערגעיט הויפטקווארטירן, א זאך וואס האט פון אנהויב אויסגעזען אלס א בלויזע פאליטישע שפיצל, אבער די ניקסאן קאמפיין האט צום סוף געדארפט צאלן 750ֿ,000$ אנטשעדיגונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל