באלד נאכדעם וואס טראמפ האט אויפגעזאגט דעם עף-בי-איי דירעקטאר האבן דשורנאליסטן באריכטעט איבער די נאטיצן וואס קומאי האט זיך פארשריבן וועלכע אנטהאלטן סענסעטיווע אינפארמאציע אויף טראמפ. נעכטן אויף די פארלאנג פון עטליכע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האט די עף-בי-איי ארויסגעגעבן די מעמאו׳ס וועלכע זענען פארעפנטליכט געווארן און ווארפן א ליכט אויף די באציאונגען און געשפרעכן וואס קאומי האט געהאט מיט׳ן פרעזידענט.

די נאטיצן אנטהאלטן נישט קיין סאך ניי אדעקונגען וועלכע זענען נישט אין קאומי׳ס נייע בוך, ער שרייבט דארט צווישן אנדערע אז פרעזידענט טראמפ איז נישט געווען צופרידן פון מייקל פלין פון אנהויב, און אזוי אויך אז טראמפ האט אים געבעטן ״צו לאזן לויפן״ און נישט אויספארשן פלין איבער זיינע רוסישע פארבינדונגען.

פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אויף טוויטער אז די מעמאו׳ס צייגן אז ער איז אומשולדיג אין די רוסלאנד אויספארשונג, און גלייכצייטיג רייסט ער אראפ קאומי אז ״ער האט רואינירט דאס לעבן״ פאר מייקל פלין, דעמאקראטן צייגן אויף געוויסע פונקטן אין די מעמאו׳ס צו אונטערשטיצן זייער באהויפטונג אז דער פרעזידענט איז אומפאסיג צו דינען אויף זיין פאזיציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל