וואשינגטאן – א פרישע אנאליז איבער'ן אפעקט פון ראבאטן אויף אמעריקאנער דזשאבס און די עקאנאמיע, צייגט אז ראבאטן טוען טאקע דערווייל נישט אוועקכאפן דזשאבס פון מענטשן, אבער זיי האבן יא א באלדיגן נעגאטיוון אפעקט, דערמיט וואס זיי ברענגען אז געהעלטער פון ארבעטער זאלן ווערן רעדוצירט, אדער אמווייניגסטנס נישט געהעכערט ווי די ארבעטער וואלטן זיך ווען געווינטשן. דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך דער "מעקינזי" טעכנאלאגיע פארשונג גרופע, און זיי האבן קלאר געזען ביישפילן וויאזוי א נייע טעכנאלאגיע איז אריינגעקומען אין א געוויסער אינדוסטריע, און האט געמאכט געוויסע פונקציעס גרינגער און שנעלער צו טאן דורך מאשינען, וואס האט געברענגט אז די פונקציעס פון די מענטשליכע ארבעטער זענען רעדוצירט געווארן, און דערמיט איז די ווערד און געהעלטער פון די מענטשן אויך רעדוצירט געווארן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל