אייאווע – זייענדיג ערנסט באזארגט איבער זיכערהייט לעכער אין זייערע וואל סיסטעמען, האט מען געהערט פון עטליכע סטעיטס וועלכע האבן אנגעהויבן דורכפירן סייבער אטאקע טעסטס אויף די סיסטעמען, וועלנדיג זען צי זייערע קאמפיוטערס זענען טאקע שוואך און אויסגעשטעלט צו ווערן גרינג אריינגעהעקט, און אויב יא, צו זען וואס מען קען פאררעכטן, אדער אמווייניגסטנס האבן א פלאן גרייט אין פאל אזא עכטע סייבער אטאקע פאסירט. די סימולירטע סייבער אטאקעס אויף וואל סיסטעמען, זענען די וואך דורכגעפירט געווארן דורך עלעקשאן באאמטע אין קאלאראדא און אין טעקסאס, און קומענדיגע וואך וועלן די טעסטס דורכגעפירט ווערן אין וואשינגטאן, דעלאוועיר, אייאווע, צווישן אנדערע סטעיטס.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל