א שארפע דיפלאמאטישע שטרייט האט זיך אנטוויקלט צווישן דעם גאלף קעניגרייך קואוועיט און די רעגירונג פון די פיליפינער אינזלען, נאכדעם וואס פארשטייער פון די פיליפינער אמבאסאדע האבן פרובירט צו ראטעווען פיליפינער אימיגראנטן וועלכע ארבייטן אינעם גאלף לאנד אונטער גאר שווערע אומשטענדן, און לויט די פיליפינער פארשטייער ווערן זייערע מענטשן רעכט פארלעצט. א זאך וואס האט שוין געפירט עטליכע פיליפינער ארבייטס אימיגראנטן צו באגיין זעלבסמארד.

די דיפלאמאטישע געפעכט איז פארארגערט געווארן נאכדעם וואס פארשטייער פונעם פיליפינער אמבאסאדע האבן ארויסגעכאפט פיליפינער ארבייטער וועלכע זענען געהאלטן געווארן אונטער שווערע אומשטענדן אין די הייזער פון זייערע אראבישע אויבערהארן, און די ארטיגע פאליציי ברויזט אז די פיליפינער האבן דערמיט פארלעצט די לאקאלע געזעצן און פארשוועכט די ״סאווראניטעט״ פון די קואוועיטער רעגירונג.

אין רעאקעציע צום אינצידענט האט די רעגירונג אין קואוועיט פארארדנט דעם פיליפינער אמבאסאדער צו זאפארט פארלאזן דאס לאנד, און אזוי אויך צוריק אהיימגערופן איר אמבאסאדער פון די פיליפינען. 

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל