די רעגירונג אין פינלאנד האט אין די לעצטע מאנאטן אנגעהויבן א פרישע פראגראם אונטער וועלכע זי ערזעצט אנדערע רעגירונג בענעפיטן מיט א ״באזיס איינקונפט״ וועלכע פרעזענטירט די סומע פון די מינימום איינקונפט אין לאנד, אונטער די פראגראם איז יעדער בירגער בארעכטיגט צו א מינימאלע געהאלט אפגעזען צו ער ארבייט אדער נישט.

די שטיצער פונעם פראגראם זאגן אז ווען יעדער האט די מינימום געהאלט וואס ער מוז האבן צום לעבן וועט דאס שטיצן די מענשטן צו זוכן א צוגעפאסטע ארבייט אין וועלכע זיי קענען נוצן זייערע טאלאנטן צו ביישטייערן פאר די עקאנאמיע, און אזוי אויך וועלן מער מענשטן קענען עפענען אייגענע ביזנעסער און זיך אונטערנעמען אונטערנעמונגען וויבאלד זיי זענען נישט באזארגט אז זיי וועלן בלייבן אן גארנישט.

נעכטן איז באריכטעט געווארן אז די רעגירונג וויל ענדיגן דעם פראבע פראגראם, אבער די רעגירונג האט היינט אפגעלייקנט די באריכטן און געזאגט אז זי וועט אנהאלטן דעם פראגראם אונטער וועלכע יעדער בירגער איז בארעכטיגט צו 680$ א חודש אן קיין שום פראגעס, און געזאגט אז עס וועט אנהאלטן ביז דעצעבמער ווען מען וועט אפשאצן די רעזולטאטן פונעם פראגראם, א געלעגנהייט אויף וואס פילע עקאנאמיסטן איבער די וועלט קוקן שטארק ארויס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל