אין ליכט פון די אמעריקאנער לופט אטאקע אויף סיריע מיט צוויי וואכן צוריק האט די רוסישע שוץ מיניסטעריום געמאלדן אז זיי וועלן אפליפערן פאר סיריע מער פארגעשריטענע אנטי-מיסיל סיסטעמען וועלכע וועלן איר באשיצן פון אמעריקאנער און מדינת ישראל לופט אטאקעס אין די צוקונפט.

די S-300 מיסיל שוץ סיסטעמס זענען גאר פארגעשריטן און רופן ארויס זארג אין מדינת ישראל אז דאס וועט גענוצט ווערן אלס לופט פאנצער צו אפהאלטן סיי וועלכע באמבאדירונגען פון מדינת ישראל קעגן איראנער באזעס און חיזבאלע וואפן זאפאסן, און דער מדינת ישראל שוץ מיניסטער האט געזאגט אז אויב וועלן די סיסטעמען שטעלן אין געפאר די שוץ מעגליכקייטן פון מדינת ישראל וועט די מדינת ישראל מיליטער אטאקירן די סיסטעמען.

רוסלאנד האט אויך געזאגט אז זי האט אין איר באזיץ צוויי טאמאהאק מיסילס וועלכע זענען אפגעשיקט געווארן פון סיריע קיין רוסלאנד און האבן נישט אויפגעריסן, און זיי ווערן שטודירט דורך רוסישע עקספערטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל