א באריכט אין די כינעזער פרעסע זאגט אז אונטער די גאנצע דיפלאמאטישע שפיל פון קים יאנג אן צו אפשטעלן נוקלעארע פראגראם׳ס ליגט באהאלטן א סוד, נעמליך אז ער קען נישט דורכפירן קיין פראבעס צוליב דעם וואס דער באזע וואס איז גענוצט געווארן פאר די נוקלעארע פראבעס איז רואינירט געווארן און איז מער נישט צוגעפאסט צום נוצן.

דער הייל אינעם בארג וואס איז גענוצט געווארן פאר די פראבעס איז לויט פילע באריכטן גענצליך איינגעבראכן, און עס הערשט א באלדיג געפאר אז די ראידאקטיווע אפפאל זאל אויפגעדעקט ווערן און קען פארפעסטיגן די לופט אין צפון קארעא און אויך אין די דערנעבנדיגע לענדער, און מאנכע שפעקולירן אז דאס האט געפירט קים יאנג אן צו עפענען די פארהאנדלונגען מיט די מערב וועלט.

די באריכטן איבער די פראבלעמען זענען נישט קיין פרישע, און מיט עטליכע מאנאטן צוריק האבן כינעזער פארשער געזאגט אז גיאלאגישע סענסארס האבן אויפגעכאפט שווערע שאדנס צום בארג, און אזוי אויך האט א אומבאשטעטיגטע באריכט פון אינעווייניג אין צפון קארעא געזאגט אז איבער 200 ארבייטער זענען אומגעקומען אין דעם נוקלעארע פראבע באזע.

מאפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל