דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט היינט באקומען די זעלטענע עהרע פון אדרעסירן ביידע הייזער אין קאנגרעס, א רעדע אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט זיין וועלטס אויסקוק און אפעלירט צו קאנגרעס צו באקעמפן די שטייגנדע עפידעמפיע פון נאציאנאליזם און אזוי אויך צו נעמען מער שריט איבער קלימאט טויש.

טראץ וואס מאקראן איז נאנט באפריינדעט מיט פרעזידענט טראמפ האט ער אויסגענוצט זיין רעדע אין קאנגרעס צו אונטערשטרייכן זיינע מיינונגס פארשידענהייטן מיט׳ן פרעזידענט, ספעציעל וואס אנבאלאנגט גלאבאלע האנדל, און האט אפעלירט פאר מער אפנקייט און מולטילעטראלע (פון עטליכע לענדער צוזאם), אנדערש ווי פרעזידענט טראמפ׳ס צוגאנג צו שליסן באזונדערע אפמאכן מיט איטליכע לאנד באזונדער.

א גרויסע טייל פון די רעדע איז געווען געווידמענט צו אונטערשטרייכן און ארויסהייבן די קולטורעלע און היסטארישע בונד צווישן אמעריקע און פראנקרייך, א בונד וועלכע איז באזירט אויף ״פרייהייט, טאלעראנץ, און גלייכע רעכטן״ האט מאקראן ארויסגעהויבן, קריגנדיג ווארימע און הילכיגע אפלאדירונגען פון ביידע פארטייען צוגלייך.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל