נעכטן האבן די אמעריקאנער און פראנצויזישער פרעזידענטן געמאלדן וועגן א פאראייניגטן פלאן צו פארברייטערן און פארלענגערן די עקזיסטירנדע איראנער אפמאך, א פרואוו געצילט צו פארמיידן פרעזידענט טראמפ פון זיך גענצליך ארויסציען פונעם אפמאך.

מאקראן האט עפנטליך איינגעשטימט מיט טראמפ אז עס פעלט זיך אויס צו פארלענגערן דעם אפמאך און אויך אריינלייגן געוויסע ענדערונגען, אריינגערעכנט אפשטעלן די איראנער באליסטישע מיסיל פראגראם, און אויך פארבאטן איראן פון זיך אריינמישן אין די קאנפליקטן פון די ארומיגע לענדער.

נאכדעם וואס כינע און רוסלאנד האבן נעכטן געזאגט אז זיי וועלן נישט איינגיין אויף צו טוישן די טערמינען פונעם אפמאך האט נעכטן דער איראנער פרעזידענט חאסאן רוחאני זיך אויך באצויגן צו די אנטוויקלונגען און געזאגט אז איראן וועט אין קיין שום פאל נישט איינגיין אויף קיין טויש אינעם אפמאך.

ער האט אין א רעדע אויך געצילט פערזענליכע אטאקעס קעגן פרעזידענט טראמפ זאגנדיג אז ״ער פארשטייט נישט קיין פאליטיק, קיין דיפלאמאטיע, קיין געזעץ, און האט נישט קיין אהאנונג וויאזוי אינטערנאציאנאלע אפמאכן ארבייטן״.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל