אגענטן פאר דעם 'אימיגראציע און גרעניץ ענפארסמענט' (ICE) אגענטור האבן דורכאויס דער פארגאנגענער וואך דורכגעפירט 225 ארעסטן אין דער סיטי, לאנג איילאנד, און דער האדסאן וועלי געגנט, אריינגערעכנט א צאל גענג-מעמבערס אין ראקלענד קאונטי.

ווי די איי-סי-אי זאגט, זענען רוב פון די פארהאלטענע אומלעגאלע אימיגראנטן מענטשן מיט קרימינאלע רעקארדס, אדער ווערן באשולדיגט אין דורכפירן געוואלדטאטן.

אן איי-סי-אי באאמטער האט דערביי קריטיקירט ניו יארק סיטי פאר'ן "שווער מאכן" די ארבעט פון די אגענטן.

די שטאט האט מיט א צייט צוריק באשלאסן נישט מיטצוארבעטן מיט די פעדעראלע דעפארטאציעס פון אומלעגאלע אימיגראנטן, און מעיאר דעבלאזיא האט אנגעוויזן דער פאליציי נישט פרייוויליג אויסצופאלגן מיט דעפארטאציע אקטיוויטעטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל