נאך א צייט פון שפעקולירן איבער דעם שריט, האט די שטאט ענדליך באשלאסן צו באזייטיגן די סטאטוע פון א קאנטראווערסאלן דאקטאר דורכאויס דער קנעכטשאפט-תקופה פון סענטראל פארק אין מאנהעטן.

מעיאר דעבלאזיא האט פריער רעקאמענדירט אוועקצופירן פון דארט די סטאטוע פון דר. דזשעי מעריאן סימס, א פרויען דאקטאר פונעם ניינצנטן יארהונדערט, וועלכער ווערט באשולדיגט אינעם דורכפירן מעדיצינישע עקספרימענטן אויף שווארצע קנעכט.

אלס רעזולטאט פון מערערע פראטעסטן איבער'ן לאנד איבער באזייטיגן סטאטועס פון מענטשן וואס ווערן געזען ווי סימבאלן פון דער קנעכטשאפט-עפאכע, האט דער מעיאר האט אויפגעשטעלט א קאמיסיע וואס זאל באהאנדלען די זאך.

די קאמיסיע-מיטגלידערס האבן ענדגילטיג באשלאסן אז אלע סטאטועס, מיט'ן אויסנאם פון דעם דאקטאר'ס, זאלן יא בלייבן אומבארירט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל