טאראנטא – די קאנאדישע אויטאריטעטן זאגן אז זיי זענען נאך אלץ נישט דערגאנגען די גענויע מאטיוון פונעם פארשוין וועלכער האט דורכגעפירט די ווילדע ווען אטאקע, אומברענגענדיג 10 מענטשן. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 25 יעריגער אלעק מינאסיאן, וועמענ'ס עלטערן שטאמען אריגינעל פון ארמעניע, און קיין סאך איז נישט באקאנט איבער מינאסיאן. לויט פאמיליע און פריינט, איז ער געווען איינגעשריבן אין א "ספעציעלע געברויכן" פראגראם אלס קינד, און שפעטער איז ער אייביג געווען אן איינזאמער און שטילער. מען האט געטראפן סטעיטמענטס פון אים, וואו ער לויבט אויס עליאט ראדזשער, דער איינזאמער קאליפארניע סטודענט וועלכער האט אין מאי יאר 14 דערמארדעט 6 מענטשן. דערווייל איז נישטא קיין שום אינפארמאציע איבער א מעגליכע פארבינדונג מיט איסלאמישע טעראר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל