וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אויסגעלויבט דעם צפון קארעאר דיקטאטור, קים יאנג אן, זאגנדיג אז אין די געשפרעכן און פארהאנדלונגען ביז אהער, האט קים זיך ארויסגעשטעלט אלס "עהרנפול און אויפריכטיג". טראמפ האט אויך געזאגט אז קים האט קלארגעשטעלט אז ער וויל אז דער סאמיט צווישן זיי צוויי זאל פארקומען וואס שנעלער.

טראמפ'ס קאמענטארן זענען געקומען ביי א געמיינזאמער פרעסע קאנפערענץ, וואס ער האט אפגעהאלטן מיט'ן פראנצויזישן פרעזידענט עמאניועל מאקרון, וועלכער געפינט זיך אויף א גרויסארטיגן באזוך אין וואשינגטאן. טראמפ האט אבער פרובירט צו נידערן די ערווארטונגען פאר'ן סאמיט, זאגנדיג "מ'וועט זען וויאזוי ס'גייט. אפשר וועט עס זיין וואונדערבאר, אפשר נישט".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל