פרעזידענט טראמפ האט ביי א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ מיט׳ן פראנצויזישן פרעזידענט זיך באצויגן צו די מעגליכקייט אז ער וועט ארויסציען אמעריקע פון די נוקלעארע אפמאך מיט איראן. א אנלעגנהייט וועלכע שטייט אין צענטער פון די געשפרעכן מיט פרעזידענט מאקראן.

טראמפ דארף דעם קומענדיגן מערץ 13 נעמען דעם ענדגילטיגן באשלוס אויב ער וויל לאזן אמעריקע אלס טייל פון די איראנער אפמאך אדער ער וויל זיך ארויסציען פון דעם אפמאך וואס ער האט פילע מאל אנגערופן א קאטאסטראפע און סיגנאליזירט אז אויב ווערט עס נישט איבערגעמאכט דאן וועט ער זיך ארויסציען.

דער איראנער פרעזידענט האט געסטראשעט מיט שווערע קאנסקעווענצן אויב אמעריקע ציהט זיך ארויס פונעם אפמאך, און דער איראנער אויסערן מיניסטער האט נעכטן קלארגעשטעלט אז אויב אמעריקע וועט אנולירן דעם אפמאך וועט איראן באנייען זייער נוקלערארע פראגראם אין בלויז איין וואך.

ווען דער פרעזידענט איז געפרעגט געווארן וויאזוי ער וועט רעאגירן אין פאל איראן באנייט איר נוקלעארער פראגראם האט ער געזאגט, אז איראן וועט האבן ״גרויסע פראבלעמען״ און פראבלעמען ״וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהאט״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל