טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן געלאזט וויסן, אז אויב אמעריקע וועט זיך ארויסציען פונעם נוקלעארן אפמאך, וועט זי זיך אויך ארויסציען דערפון, ווי איידער פארבלייבן דערין אינאיינעם מיט די איבריגע לענדער. די שארפע ווערטער פונעם איראנער אויסערן מיניסטער מוכאמעד זשאוואד זאריף איז געקומען נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט, ביי א צוזאמטרעף מיט'ן פראנצויזישן פרעזידענט מאקרון, אז אמעריקע ווארנט איראן נישט זיך צו וואגן פריש אנצוהייבן זייער נוקלעארן פראגראם. מאקרון האט געזאגט פאר טראמפ, אז ער פארשטייט אמעריקע'ס זארגן מיט'ן עקזיסטירנדיגן איראן דיעל, און האפט אז מען קען אויסארבעטן א נייעם און בעסערן דיעל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל