ניקאראגוא – עס בלאזן ערנסטע ווינטן פון א רעוואלוציע אין לאנד ניקאראגוא, וואו צענדליגער טויזנטער בירגער פראטעסטירן שוין אין די גאסן עטליכע טעג אין א צי, און פארלאנגען אז דער ארטיגער פרעזידענט דעניעל אורטעגא זאל אפטרעטן פון אמט. אורטעגא איז א דעמאקראטיש-ערוויילטער פרעזידענט, אבער ער האט באוויזן צו מאניפולירן דעם סיסטעם אויף א וועג אז ער דינט שוין יעצט אין זיין דריטן טערמין. די פראטעסטן האבן זיך אנגעהויבן אלס אויפברויז איבער סאושעל סעקיוריטי געלטער שניטן וואס אורטעגא האט געוואלט דורכפירן, און נאך טויטליכע פראטעסטן, ביי וועלכע 30 זענען אומגעקומען, האט אורטעגא צוריקגעצויגן פון די שניטן. פארט אבער פארלאנגען די מאסן אז ער זאל זאפארט אפטרעטן פון אמט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל