מיר שטייען נאך א יאר אוועק דערפון, אבער ניו יארקער איינוואוינערס און געשעפטסלייט נעמען שוין אונטער מאסנאמען אין אנבליק פון רענאוואציע ארבעט וואס וועט אפשטעלן די פארנומענע ברוקלין-מאנהעטן L סובוועי ליניע.

די באן וועט פּארקירט ווערן פאר א צייט-אפשניט פון פופצן חדשים, דורכאויס וועלכע דער איסט ריווער טונעל, וואס האט געליטן שווערע שאדנס פונעם 'סענדי' שטורעמווינט, וועט פארראכטן ווערן.

אלס טייל פון די מיטלען צו טיילווייז ערזעצן די ליניע, וועט די עם-טי-עי צושטעלן פרישע זיבעציג אויטאבוסן, וואס וועלן אריבערפירן דעם עולם פון ברוקלין קיין מאנהעטן איבער דער וויליאמסבורג בריק.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל