אדוואקאטן פאר טענענטס אין שטאטישע דירה-קאמפלעקסן האבן אריינגעטראגן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן דעם שטאטישן האוזינג אגענטור, אין וועלכער זיי פארלאנגען א רעדוקציע אינעם רענט אלס קאמפענסאציע פאר'ן פארלירן די הייצונג דורכאויס די פראסטיגע וועטערס פונעם פארלאפענעם ווינטער.

די לאיערס ווייזן אן אז דאס שטאטישע געזעץ פארלאנגט פון לענדלארדס צו קאמפענסירן טענענטס אין פאל יענע פארלירן די הייצונג, און די שטאט איז מחוייב אויסצופאלגן דאס געזעץ.

די אנקלאגע צילט אויך צו פאראויסשטופן פריערדיגע פארלאנגען פון רעפארמען אינעם אגענטור, וואס ווערט שוין א שטיק צייט געפלאגט פון סקאנדאלן.

דורכאויס די פראסטן פונעם ווינטער, האבן ארום אכציג פראצענט פון די שטאטישע טענענטס פארלוירן די הייצונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל