מדינת ישראל קריטיקירט דובלין-מעיאר ראמאלא-באזוך
דאס אויסערן מיניסטעריום האט אריבערגערופן דעם איירישן אמבאסאדאר און פארגעהאלטן אויף דעם וואס דער מעיאר פון דובלין, הויפטשטאט פון איירלאנד, האט אפגעשטאט א באזוך אין דער אראבישער שטאט ראמאלא, וואס געפינט זיך אין יהודה ושומרון, וואו ער האט טיילגענומען אין א צערעמאניע צו באערן דעם אראבישן 'מופטי' אין ארץ ישראל דורכאויס דער צווייטער וועלט מלחמה.

דער מופטי, אמין אל-כוסעיני, האט אין 941' זיך געטראפן מיט היטלער, און צווישן אנדערן פרובירט אויסארבעטן אן אפמאך וועגן פטור ווערן פון די אידן אין ארץ ישראל.

דער מעיאר פון דובלין האט ממש לעצטנס אינדארסירט די באיקאט באוועגונג קעגן מדינת ישראל, וואס ווערט אנגעפירט דורך מוסולמענער און לינקע אקטיוויסטן איבער דער וועלט.

אין א סטעיטמענט האט די איירישע אמבאסאדע צו מדינת ישראל קלאר געמאכט אז די רעגירונגס פאליסי שטיצט נישט דעם אנטי-מדינת ישראל באיקאט און דער מעיאר רעפרעזענטירט נישט די שטעלונג פון דער צענטראלער רעגירונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל