לאנדאן – די רוסישע אמבאסאדע אין ענגלאנד האט ארויסגעגעבן א באשולדיגונג, אז ענגלאנד פרובירט צו פארווישן באווייזן איבער דער פארפעסטיגונג פונעם געוועזענעם שפיאן סערגעי סקריפאל. די בריטישע רעגירונג האט מיט אפאר טעג צוריק אנגעהויבן די אויפרייניגונג ארבעט, זאגנדיג אז עס זענען דא אזויפיל ווי 9 פלעצער וועלכע זענען מעגליך פארפעסטיגט געווארן מיט דעם נאוויטשאק סם, און מען וויל עס אויפרייניגן אידער מען קען צוריקעפענען די פלעצער פאר'ן פובליק. זאגט אבער די רוסישע אמבאסאדע, אז ענגלאנד וויל אויפרייניגן די ערטער, אוועקצואווישן באווייזן אז די מערב וועלט איז עכט פאראנטווארטליך פאר'ן פארפעסטיגן סקריפאל, און נישט רוסלאנד איז שולדיג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל