ירושלים – נאך צוויי טאג פון זיין אונטער ארעסט, איז דאס חרדי'שע מיידל, וועלכע איז ארעסטירט געווארן דורך די רשעי הציונים אין ירושלים, ענדליך באפרייט געווארן, אלס רעזולטאט פון די שטורמישע הפגנות און מחאות וואס זענען אפגעהאלטן געווארן בחוצות ירושלים. דאס מיידל איז ארעסטירט געווארן צוליב וואס זי האט זיך נישט געוואלט שטעלן צום טמא'נעם צה"ל, וועלכע האבן ליידער פריש אנגעהויבן אינפארסירן די גזירה פון גיוס בנות, און איר ארעסט האט געפירט צו מאסיווע הפגנות פארנט פונעם לשכת הגיוס אין ירושלים. די פאליציי האבן זיך באנוצט מיט ברוטאליטעטן קעגן די מוחים, אריינגערעכנט דאס נוצן שאק-גראנאטן און וואסער-רערן, אבער די מקדשי ה' האבן נישט אויפגעגעבן אויף די מחאות, און דאס האט געלייגט די נויטיגע דרוק, ביז ס'איז נעכטן געקומען די גוטע נייעס, אז דאס מיידל איז שוין ב"ה באפרייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל