דמשק – דאס סירישע מיליטער האט נעכטן געזאגט אז זי האט ארויסגעשאסן מיסילס, אלס רעזולטאט פון א פאלשן אלארם. איבערנאכט מאנטאג האט דאס סירישע מיליטער'ס לופט פארטיידיגונגס סיסטעם זיך אליינס אקטיוויזירט, נאכדעם וואס זי האט אויפגעכאפט אריינקומענדיגע פרישע אטאקע מיסילס. למעשה שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע זאך איז געווען א פאלשער אלארם, און עס איז נישט געווען קיין שום פרישע אטאקע פון אן אנדער לאנד. דער פענטאגאן האט אריגינעל געהאט געלייקנט סיריע'ס באשולדיגונגען מאנטאג נאכט אז אמעריקע איז געשטאנען אונטער א פרישער מיסיל אטאקע, און מען האט דעריבער געמיינט אז עס איז די רעדע פון א פרישער מיסטעריעזער איזראעלישער באמבארדירונג, אבער למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו האבן געווען א פאלשער אלארם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל