טאקיא – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן באשטעטיגט, אז אמעריקע און צפון קארעא האלטן אפ דירעקטע געשפרעכן, אינערהאלב די העכסטע שטאפלען פון דער אמעריקאנער רעגירונג. טראמפ'ס מעסעדזש איז געקומען בשעת ער האט אויפגענומען דעם יאפאנעזער פירער שינזא אבעי פאר א באזוך אין זיין מאר-א-לאגא רעזארט אין פלארידע, וואו טראמפ האט געזאגט אז די געשפרעכן קומען שוין פאר עטליכע וואכן. טראמפ האט ווידערהאלט אז עס איז אין פלאן זיך צו טרעפן מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג אן אין די קומענדיגע וואכן, אדער מאנאטן, אבער עס איז נאך אלץ מעגליך אז די גאנצע געפלאנטע זיצונג וועט צוזאמפאלן, אין פאל צפון קארעא וועט זיך נישט צושטעלן צו אמעריקע'ס פארלאנגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל