א מאנהעטן ריכטער האט גע'פסק'נט אז דער פאליציי דעפארטמענט איז נישט מחוייב מיטצוטיילן מיט דער עפנטליכקייט איבער די פרטים פון דעם געצייג וואס די פאליציי ניצט אונטערצוהערן סעלפאון געשפרעכן.

דער פסק איז געקומען נאך דעם וואס די 'ניו יארק סיוויל ליבערטי' גרופע האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע קעגן דעם דעפארטמענט, אין וועלכער זיי האבן געבעטן דאס געריכט צו צווינגען די פאליציי צו פארעפנטליכן די דעטאלן פון די שפיאנאזש אפאראטן וואס זי ניצט, מיט דער טענה אז אינדיווידועלע פאליסלייט קענען גרינג אויסניצן דעם פרייען צוטריט צו פריוואטער אינפארמאציע פון פרעמדע מענטשן פאר אנדערע צוועקן ווי אויספארשן פארברעכנס.

אין זיין פסק, האט ריכטער שלמה האגלער געזאגט אז ער האט אויסגעהערט די עדות'שאפטן פון פאליציי באאמטע און איז געקומען צו דער החלטה אז דער חשד איז אומבאגרינדעט.

די אנקלעגערס האבן געזאגט אז זיי באטראכטן די מעגליכקייט פון אפעלירן דעם אורטייל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל