שפּאָרן געלט פארמאגט צו זיך צוויי זייטן: א חלק המחשבה און א חלק המעשה – און איינער איז אנגעוואנדן אינעם אנדערן. כמעט יעדער מענטש קען אוועקלייגן געלט, און יעדער מענטש (מיט ממש זעלטענע אויסנאמען) קען שפארן געלט. עס זענען פאראן די מיט גרויסע פינאנציעלע מעגליכקייטן, וואס קענען זיך דערלויבן אוועקצולייגן וועכנטליך א באדייטנדן סכום. דער רוב פון אונז קען עס טאקע נישט אזוי גרינג באווייזן, אבער יעדער, אפילו באשיידענע פארדינערס, קען שפארן געלט און אויך אוועקלייגן אויף שפעטער.

דער יסוד פון ביידן, שפארן און אוועקלייגן, ליגט אינעם קאפ. אלעס הייבט זיך אן מיט'ן ריכטיגן מהלך המחשבה. דאס איז באזונדערס אמת פאר דעם רוב פון אונז, וואס האט נישט קיין איבעריג געלט. דווקא די נויטיגן זיך אין אביסל שעפערישקייט כדי צו קענען זיך אוועקלייגן אויף א רעגנדיגן טאג.

לאמיר דא אויסרעכענען א צאל ביישפילן, וואס רוב מענטשן קענען תיכף טאן למעשה. אבער דערביי לאמיר נישט פארגעסן, אז די זאכן זענען אויסער אנווייזונגען אויך ווייז-שילדן. מיט אזא שפאר-קוק וועט יעדער גאנץ גרינג געפינען א שלל פון געלעגנהייטן און מעגליכקייטן פאר שפארן און אוועקלייגן.

בילד




פרוטות
*שטעקט אויס עלעקטערישע מכשירים ווען זיי זענען נישט אין באניץ. אויסלעשן אליין איז נישט גענוג. יעדע כלי וואס ציט עלעקטערי, בלייבט עסן אפילו נאכ'ן אויסגעלאשן ווערן. געוואוינט זיך איין אויסצושטעקן די מכשירים נאכ'ן ענדיגן ניצן. אייער עלעקטעריק ביל וועט אייך דאנקבאר זיין.

*ניצט די אפלייענסעס ווי דעם געשיר-וואשער און וואש- און טרוקן-מאשינען דורכאויס די נאכט שטונדן, ווען די ראטעס פאר עלעקטערי-באניץ איז נידעריגער ווי דורכאויס'ן טאג.

ליסטעס מיט סבלנות און עקשנות
איידער איר לאזט זיך ארויס צו א געשעפט קויפן עפעס, סיי וואס ס'זאל נאר נישט זיין, מאכט זיך א ליסטע. (זעלבספארשטענדליך, אז איך פאל מען רעדט פון איין זאך אדער צוויי-דריי קלייניגקייטן איז דער זכרון גענוג.) אין געשעפט האלט זיך שארף צו דער ליסטע, און קויפט גארנישט וואס שטייט נישט דארט. קויפט גארנישט מער ווי וואס איר זיך פארשריבן אין שטוב, אפילו איר זעט עפעס ניצליך, וואס איר האט שוין לעולם לאנג געוואלט קויפן. וואס יא, מאכט זיך א פרישע ליסטע, וואס זאל אנטהאלטן אלעס וואס איז נולד געווארן אין געשעפט, און קומט צוריק דעם נעקסטן טאג.

אין דעם זעלבן זינען שטעלט פאר זיך אוועק א כלל גדול. אויב ווילט זיך אייך קויפן עפעס מחוץ געווענליכע, נארמאלע, לויפנדע זאכן (עסנווארג, בילס, אד"ג), גיט זיך אביסל צייט פון דער החלטה ביז'ן זי אויספירן למעשה. ביי א קלייניגקייט איז מסתמא גענוג א מעת-לעת – א טאג ארבעט און א נאכט שלאף. ביי גרעסערע אויסגאבן גיט זיך דרייסיג טעג צייט. לאזט די זאך זיצן אין קאפ, און אויב פילט איר נאך דער באשטימטער צייט דעם דראנג און זעט נאך אלץ די וויכטיגקייט, האט איר צייט דעמאלט צו גיין די זאך קויפן. איר וועט זיך אבער אליין איבערראשן וויפיל מאל איר וועט דורכאויס דער הפסקה-צייט זיך כאפן אז ס'פעלט בכלל נישט אזוי וויכטיג אויס.

פרוטות
*כמעט אלע גאנגבארע געווירצן, פעפער, ספּייסעס קען מען קויפן "רויערהייט", נישט צעשטויסן אדער צעמאלן. האנדלט זיך איין אזא "שטייסל", געווידמעט פאר דעם צוועק פון צעשטויסן פעפערלעך אין ברעקעלעך אדער שטויבלעך. זיי וועלן זיין פרישער, געשמאקער, און היפש ביליגער. א זייטיגער באנוס: דאס קינד וואס האט זיך מיט זיין גוטער אויפפירונג פארדינט, וועט יענעם טאג באקומען די צעשטויסונג אויפגאבע. עס וועט זיך מחי-ה זיין און אייער טאש וועט זיך מיטפרייען.

*פארפארוירענע פרוכט און גרינצייג זענען אפטמאל ביליגער ווי פרישע. אין רוב פאלן זענען זיי פונקט אזוי געזונט. אן אויסנאם איז אויב איר קויפט ארגאנישע גרינווארג. אויב קויפט איר במילא די קאמערציאליזירטע, איז צווישן זיי און די פארפרוירענע נישט פאראן קיין ממשות'דיגער חילוק, אויסער אין פרייז.

קרעדיט און דעביט קארטלעך
ס'איז אייביג בעסער צו האלטן דעם קרעדיט קארטל א שטיקל מרחק פון די שפיץ-פינגערס. אויב מעגליך, טראגט זיי בכלל נישט מיט זיך אין בערזל. בכל אופן, ניצט זיי נאר פאר קלענערע אויסגאבן, און אויף סכומים וואס קענען גרינג און באצייטנס באצאלט ווערן. אויף גרעסערע אויסגאבן ניצט א "דעביט" קארטל, דורך וועלכן איר קענט בדרך כלל נאר שפענדן בערך וויפיל איר פארמאגט.

ס'איז נישט נאר אז אויסגעבן געלט וואס מען האט נישט יעצט, בשעת עס אויסגעבן, איז נישט ראטזאם, נאר ס'איז אויך דא א פסיכאלאגישער עלעמענט. געלט וואס ווערט תיכף ארויסגעצויגן פון אייער קאנטע וואוהין איר האט עס אריינגעלייגט נאכ'ן פארדינען, שפענדעט זיך שווערער און מיט מער שכל ווי געלט וואס איר האט נישט געזען און איר קיינמאל נישט געווען אייערס. קרעדיט איז א ווייטער בדיעבד נאכ'ן לכתחילה פון אויסגעבן אייגן געלט.

קויפט לויט ארבעטס שעות
יעדעס מאל איר ווילט עפעס קויפן, מאכט זיך א חשבון וויפיל פון אייער ארבעטס-צייט די אויסגאבע באטרעפט. לאמיר למשל זאגן אז איר פארדינט פופצן דאלאר א שעה. ס'חשק'ט זיך אייך א נייעם, וואלענעם מאנטל וואס קאסט הונדערט-און-צוואנציג דאלאר. דאס וועט הייסן אז איר צאלט פאר'ן מאנטל אכט ארבעטס-שעות. אין אנדערע ווערטער: בכדי צו עררייכן דעם מאנטל, האט איר געדארפט ארבעטן אכט שעה.

אזא חשבון וועט אריינשטעלן די אויסגאבע אין ריכטיגן פערספעקטיוו. עס וועלט אייך העלפן אינעם שיקול הדעת איבער ווי וויכטיג די זאך איז באמת, און צי זי איז אייך ווערד דעם געפאדערטן פרייז.

פרוטות
*צירונגען פון פאלש גאלד, זילבער, און דיאמאנטן ווערן היינט שוין געמאכט פון גאר גוטער קוואליטעט. פאר עטליכע הונדערט דאלאר קענט איר קויפן א שטיק צירונג וואס זעט אויס אויף דער האר ווי אן אמת'ע און האלט זיך גענוג לאנג צו זיין ווערד דעם פרייז.

*וויין און ברוינפנס קאסטן אפטמאל מער ווי די קוואליטעט וואלט דערלויבט. וויינען וואס קומען פון בארימטע פירמעס, אדער ערטער באקאנט פאר זייערע גוטע וויינען, קאסטן מער צוליב דער איינער סיבה אליין. א סך גוטע וויינען פארמאגן ביליגערע אלטערנאטיווען, וואס טראגן טאקע נישט אזעלכע באמבאסטישע נעמען אבער זענען פונקט אזוי געשמאק און פון דער זעלבער קוואליטעט.

היימיש קעגן קויפן
עסנווארג וואס קען געמאכט ווערן אינדערהיים איז א שאד צו קויפן. אנשטאט קויפן א סענדוויטש פאר פרישטאג אדער מיטאג, מאכט זיי אליין אינדערהיים און ברענגט זיי מיט צו דער ארבעט. די צייט וואס עס געדויערט איז נישט קיין סך, אדער בכלל נישט, לענגער ווי די צייט וואס זיך אפשטעלן און באצאלן געדויערט אין געשעפט. שטעלט זיך דאס איין אלס מנהג קבוע, און דורכ'ן יאר וועט דער חילוק אין פרייז פאר א בייגל, טונא, און ירקות ביז א פארטיגן סענדוויטש אויסמאכן א ניש'קשה'דיגן סכום.

מ'קען דעם געדאנק טראגן סך ווייטער, און זיך אויסלערנען מאכן היימישן וויין, מאסט, געבעקסן און נאך. אלס זייטיגער בענעפיט קענען די זאכן דינען אלס פארברענג-מיטל פון די עלטערן מיט די קינדער, וועלכע וועלן נאך פונעם פראצעדור ארויסקומען מיט שיינע לעקציעס אין סבלנות, אחריות, צוזאמארבעט, און שעפערישקייט.

איגנארירט אומבארעכטיגע בושה
שעמט זיך נישט צו בעטן ביי געשוויסטער און באקאנטע פאר איבעריגע קליידונג און אנדערע שטוב-באדערפענישן וואס יענע זענען שוין אויסגעוואקסן אדער דארפן מער נישט. קיינער וועט אייך נישט דן זיין לרעה; פארקערט, מענטשן וועלן ארויפקוקן אויף אייער מוטיגקייט און אפשר אפילו מיט דער צייט נאכמאכן... ס'איז בכלל א בעסער געפיל פאר א מענטש ווען זיינע זאכן דינען א צוועק אזוי לאנג ווי זיי קענען, נאך דעם וואס ער אליין דארף זיי מער נישט, ווי איידער סתם אוועקצואווארפן ניצבארע זאכן אין מיסט.

אין א ווארט

ווי פריער געזאגט, זענען די אויסגערעכנטע זאכן מיט גארנישט ווייניגער צואווייזערס אויף א מהלך המחשבה ווי הדרכה אויף למעשה. נעמט זיך די זאכן – בעיקר דעם געדאנק אונטער די זאכן – אין קאפ און פירט ביסלעכווייז דורך די נויטיגע שינויים אין אייער מהלך החיים. ס'וועט נישט לאנג געדויערן ביז די אויסווירקונגען וועלן זיך שפירן, און דאס אליין וועט געבן די מערסטע חיזוק ממשיך צו זיין אויף דעם גאנג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל