קענסאס – דריי פארשוינען זענען געפונען געווארן שולדיג אויף קלאגעס, אז זיי האבן פלאנירט דורכצופירן א באמבארדירונג אויף מוסולמענער אימיגראנטן פון סאמאליע, האבנדיג א פלאן אונטערצושטעלן די באמבעס ביי אן אפארטמענט קאמפלעקס וואו די אימיגראנטן האלטן זיך אויף, און ביים לאקאלן מוסולמענער מעטשעט. די דריי זענען מיטגלידער פון א ווייסער ראסיסטישער באוואפנטער מיליצע באנדע, און זייער אריגינעלער פלאן איז געווען דורכצופירן די אטאקע איין טאג נאך די פרעזידענט וואלן אין נאוועמבער יאר 2016.

אן עף-בי-איי אינפארמאנט וועלכער האט געשפילט אלס א מיטגליד פון די באוואפנטע מיליצע, האט באצייטנס אויפגעדעקט דעם פלאן, און די דריי זענען ארעסטירט געווארן. אצינד האט א דזשורי זיי געפונען שולדיג און זיי שטייען אויס לעבנסלענגליכע טורמע.

בילד
די דריי זענען קורטיס אלען, פעטריק איודזשין שטיין און גאווין רייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל