קאליפארניע – סיטי קאונסיל מיטגלידער אין לאס אנדזשעלעס האבן נעכטן געזאגט, אז זיי ווילן אז די לאס אנדזשעלעס רעגירונג זאל אריינגעבן א געריכטליכע קלאגעס קעגן "וועיז," די טעכנאלאגיע דזשי-פי-עס פירמע, צוליב וואס וועיז פארערגערט די אנגעשטויסענע טראפיק אין פילע געגנטער לענגאויס די סיטי. די קאונסיל מיטגלידער זאגן, אז וועיז'ס טעכנאלאגיע טוט אייביג דירעקטירן מאטאריסטן אז זיי זאלן ארויספארן פון גרויסע הייוועי שאסייען, און אנשטאט זאלן זיי פארן אין באוואוינטע געגנטער, וואס דאס שטעלט אין געפאר די איינוואוינער, וועלכע שטייען אויס מער טראפיק בשעת'ן פארן לאקאל אדער בשעת'ן גיין צופיס. קאונסילמאן דעיוויד רייא זאגט אז עס איז קלאר אז וועיז'ס רעקאמענדאציעס ברענגט א פארמערונג פון פאטאלע קאר עקסידענטן אין באוואוינטע לאס אנדזשעלעס געגנטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל