פילאדעלפיע – נעכטן איז אפירגעקומען פרישע אינפארמאציע איבער'ן פאטאלן עמורדזשענסי לאנדונג אינצידענט וואס האט פאסירט דינסטאג, ווען איינע פון די מאטארן פון א סאוטוועסט פליגער האט עקספלאדירט, און ווי מען הערט, איז סאוטוועסט גאר פאראנטווארטליך איבער דעם וואס מען האט נישט אויפגעכאפט די פראבלעמען מיט די פארעלטערטע אייזן פונעם מאטאר. אויספארשער האבן אויפגעדעקט דאקומענטן און באווייזן, אז מיט עטליכע מאנאטן צוריק, האט די פירמע וועלכע האט פאבריצירט דעם מאטאר, געשיקט א בריוו צו סאוטוועסט, זאגנדיג אז זיי רעקאמענדירן באלדיגע אינספעקציעס, וועלכע זאל דורכגעפירט ווערן מיט "אולטרא-סאניק" טעכנאלאגיע, אויפצוכאפן אפגעשוואכטע אייזן. סאוטוועסט האט געוואלט אפשטופן די אינספעקשאנס, און אויך אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צום צאל מאטארן וואס די פירמע האט געהאט געזאגט אז מ'מוז אונטערזוכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל